ליספּ איז אַ לעגענדע צװישן פּראָגראַמירערס: אַלע װיסן אַז זי האַלט אין זיך װיכטיקע אידעעס װעגן בױ פּראָגראַמװאַרג, אָבער כּמעט קײנער טאַפּט זי נישט נאָך די אוניװערסיטעט־לימודים. קלאָזשור איז אַ מאָדערנער דיאַלעקט ליספּ װאָס װערט געניצט הײַנט צו טאָגס אין אַ סך פּראָיעקטן — לױט מײַן רושם מער פֿון אַבי װאָסער אַנדערן דיאַלעקט. מיט דרײַצן יאָר צוריק האָב איך אַרױסגעגעבן אַן אַרטיקל אױף דער שפּראַך. איצט, נאָך זיך לערנען מער (מ׳קען זען מײַן אָקערשטיקן פּראָיעקט דאָ ), קער איך זיך אום צו קלאָזשור און כּדי צו דערקלערן װאָס די שפּראַך דערלאַנגט אונדז אין אונטערשײד צו אַנדערע שפּראַכן.
געדענקען אַנדערש
דאָס װיכסטיקסקע איז אַ נײַע ריכטונג מחשבֿה: קלאָדזשור פֿאָדערט אַן אין גאַנצן אַנדער סטיל פֿון איר צו װאָס מען איז שױן צוגעװױנט אין שפּראַכן פֿון אַ גאַנץ יאָר װי דזשאַװע, סי, סי פּלוס פּלוס, פּײַטון, רובי, דזשאַװעסקריפּט, און אַזױ װײַטער. נאָך דעם װאָס מען לערנט זיך קלאָזשור, קען מען אָנװענדן אַ טײל פֿון די שיטות אין אַנדערע שפּראַכן און אַזױ פֿאַרבעסערן דעם אױס שטעל פֿון דעם פּראָגראַמװאַרג, אָבער אַ טײל קען מען אָנװענדען נאָר אין דעם יוצא־דופֿנדיקן גערעם פֿון קלאָזשור.
די עלטער באָבע
ליספּ איז די עלטער-באָבע פֿון פֿונקציאָנעלער פּראָגראַמירונג, אין װעלכן פֿונקציעס זײַנען ערשטקלאַסיקע אײנסן: מען קען דינעמיש באַשאַפֿן פֿונקציעס; מען קען זײ דערלאַנגען צו אַנדערע פֿונקציעס און פֿונקציעס קענען זײ אָפּגעבן.
עס שטײט אין „ גרינספּאַנזעס צענטן געזעץ “ אַז יעדע גענוג קאָמפּליצירטע שפּראַך, אַפּליקאַציע, אָדער סיסטעם װעט סוף־כּל־סוף צי דאַרפֿן ניצן ליספּ צי דאַרפֿן גוט באַצאָלן רבי־געלט כּדי זי אױסצוטראַכטן איבער אַ נײַס.
און װי אַ פּועל־יוצע פֿון דעם געזעץ, קענען מיר ניצן אױף אײן זײַט פֿאַרבעסערונגען אין עקסיסטירנדיקע שפּראַכן, איבערגענומען גלײַך פֿון ליספּ, און אױף דער אַנדערער זײַט קלאָזשור, אַ מאָדערנע פֿאָרעם ליספּ װאָס פֿירט זיך אױס אױף דער דזשאַװע װירטועלער מאַשין.
אַנטלײַענונגען
צװישן די אידעעס װאָס קומען פֿון ליספּ אין באַקאַנטערע שפּראַכן זײַנען אי אַלטע אַנטלײַענונגען װי דעם אָפּפֿאַל־זאַמלער, אי נײַערע פֿאַרביטונגען אין די לעצטע יאָרצענדליקער, װי עלעמנטן פֿון פֿונקציאָנעלער פּראָגראַמירונג. למשל, דורך די יאָרן, האָבן דזשאַװע, סי פּלוס פּלוס, פּײַטון, און דזשאַװעסקריפּט אָנגענומען לאַמדעס אינעם סינטאַקס: אַנאָנימע פֿונקציעס מיט אַ קורצן און לײַכטן סינטאַקס.
ניצלעכע פּרינציפּן
אַנדערע פּרינציפּן פֿון פֿונקציאָלענלער פּראָגראַמירונג זײַנען לאַװ דװקא אַ טײל פֿון אַ שפּראַך נאָר װאָס זשע דען אַ שטײגער מחשבֿה, װי לדוגמא דער פֿאָקוס אױף רײנע פֿונקציעס װאָס פֿערביטן נישט קײן צושטאַנד, נאָר אַקצעפּטירן אַרײַנװאַרג און געבן אָפּ אַרױסװאַרג. אַזױ אַרומערט קען מען ניצן פֿונקציעס װי מאַטע אײנסן, אָן מורא אַז אַ פֿונקציע װעט פֿאַרביטן עפּעס אין דרױסן פֿון דער פֿונקציע אױף װעלכן מען האָט נישט זיך ג עריכט. די סטרוקטור פֿון קלאָזשור פֿערגרינגערט דעם ניץ פֿון רײנע פֿונקציעס, אָבער מיט אַ ביסל אָנשטרענג קען מען דאָס אױספֿירן אין אַנדערע שפּראַכן.
מעגלעך נאָר אין ליספּ
אַ טײל פֿון די מעלות פֿון קלאָזשור קען מען נישט אָנװענדן אין אַנדערע שפּראַכן װאָרום זײ זײַנען אַ יסודותדיקע טײל פֿון דער שפּראַך. דער סינטאַקס פֿון קלאָזשור שפּיגלט אָפּ פּונקטלעך דעם אַבסטראַקטער סינטאַקס־בױם פֿון דעם פּראָרגראַם, געבױוט פֿאַרשטײט זיך פֿון פֿונקציעס. כאָטש יעדע שפּראַך איז בשעת דער צונױפֿשטעונג צעגלידערט געװאָרן אין אַ סינטאַקס־בױם, איז אין ס׳רובֿ שפּראַכן די באַציִונג אומקלאָר. אָבער אין קלאָזשור, רעכנט מען נישט אין קאָפּ די טריט װאָס דער פּראָגראַם טרעט, װי אין אַנדער שפּראַכן, נאָר װאָס כאַפּט אומפֿאַרמיטלט די סטרוקטור פֿון פֿונקציעס און אױסדרוקן.
אַ דוגמאלע
לאָמיר געבן אַ קוק אַ פּשוטע דוגמא אין דזשאַװע און קלאָזשור. הגם דער קאָד איז צו פּשוט פֿאַר אַן אמתדיקן פּראָגראַם, אילוסטרירט ער גוט די נפֿקא-מינה צװישן טיפּישן קאָד אין די צװײ שפּראַכן.
דזשאַװע
קלאָזשור
אין קלאָזשור, זעט מען קלאָר דעם בױם דורך די אײַנגענעסטיקטע האַלבע לבֿנות און קאַנטיקלעך. אין דזשאַװע, אױב מען שיקלט אַ ביסל, קען מען דערזען דעם בױם, אָבער ער שפּרינגט נישט אַרױס צו די אױגן.
אין דזשאַװע, זעט מען די רײ טוּונגען, כּולל דעם שלײף, דעם כּפֿל, און דעם צוגאָב פֿונעם קװאַדראַט אין דער רשימה. אין קלאָזשור, זעט מען נישט די טריט פֿון דער אָפּעראַציעס, נאָר די פֿונקציעס מיט זײער אַרײַנװאַרג און אַרױסװאַרג: דאָס הײסט דאָס בױען פֿון אַ רײ אַרײַנװאַרג־צאָלן, דאָס קװאַדראַטירן פֿון יעדער, און דאָס בױען פֿון אַ רשימה פֿון אַלץ.